Yeshiva Staten Island 5769


 שיעור ב' סטאטען איילינד תשס"ט – ימים הסמוכים לשבועות
ווארנונג – אלץ איז זייער, זייער בגוזמא (אויכעט דאס).

אריינפיר
            צו דערציילן און שרייבן, איז שווער נאך אזוי פיל אומדערשרייבליכע צער און וויי, וואס מ'האט מיר געפייניקט דא, אין די אינזל פון סטאטען. דא (אין הנ"ל) זיץ איך און טראכט וועגן די געפלוגענדיקע יאר... אזוי פיל טייערע זיסע אינטרעסאנטע בחורים און קינדער, מיט אומגעהויער פייקעטן, ניט צו גלויבן און לויבן...
            אין אהלי-תורה האב איך ניט געזען אזא זאך... דארט האט מען נאר געוואוסט און געווארט פאר די אומגעהויער מאמענט – פון הפסקה! ווען מ'קען גייען אהיים – אהיים צום קומפיוטער און צום עסן... דא איז עס פארקערט – אהיים קען מען ניט גיין... אפילו אז מ'לעבט נאר דרייסיק מינוט פארן...
            פאר דריי וואכן ביים הפסקה מ'זיצט און ווארט, אן האבן וואס צו טאן, לענגער און שווערער ווי מען האט געקענט ווארטן אין אהלי-תורה. דארט האבן מיר געמיינט אז צוויי שעה איז לאנג!... א טרוים דא אין אונזער אומשטאנד, וואו ביים הפסקה האט מען ניט קיין רו, - א הפסקה אן א הפסקה, די הארץ קלעמפט און די קאפ דרייט...
            פלוצלונג, פאלט אריין אן עצה אין קאפ, וואס קען איבערבייטן ווי איך זיץ און ווארט: איבערטייטשן די "באבע מעשיות" פון אידיש צו איינגליש, איי! איז דאס געווען א עצה טובה, צו זיצן שעות לאנג, זיצן און שרייבן... יעצט האט מען עפעס צו טאן ביים הפסקה!!! פאר א גוטע טעם און ציל...

פרק א – אריינפיר
            {ס'איז זייער שווער און אומטראגלאך צו פרואווען ליינען און פארשטיין עפעס, וואס די אומגעהויער מיעסטישער שרייבער האט ניט געוואלט אז מען זאל כאפן עס לכתחלה... געשריבן אין סודי סודות, פון הארץ צו הארץ... ווער קען פרובירן צו דאס טאן, אבער די באבע'ס א ווארט איז הייליק, די ריכטיגע וועג...}
            אריינקומענדיק צו א קליינע שמאלע צימער, מיט טישן און ביינק, "שיעור ג'ס קלאס". דא קען מען זיצן רואיק און שרייבן, שא טיל, די הארץ קען פרוווען פארנאנדערנעמען די "באבע מעשיות"...
            אבער ליידער אפאר מאל קומען אריין אין צימער, מענטשן (באמת זיינען זיי ניט קיין מענטשן) וועלכער נעמען אוועק די רואיקייט און שטילקייט, וואס קען מען טאן... בעיקר קומט אריין, זינגענדיק מיט זיין העסלעכער שטימע, א בחור, (וואס איך קען ניט זאגן זיין נאמען מצד ל"ה), אסאך שכל האט ער ניט... אבער איך, די מסירות-נפש'דיקע איבערגעגעבענע שרייבער, זיצט און שרייבט, כלומערשט ווי גארניט געשענט...
            ס'איז אפשר גערעכט און געהעריק צו דערציילן ווי מען האט דורכגעלעבט און דורכלעבן דא אין די אינזל, ניסי-ניסים!!!!!!!
            איינע פון די גרעסטע פראבלעמען דא אין ישיבה איז די עסן... זי זעלבע עסן... יעדער טאג... אינדערפרי האט מען ברויט מיט אייער, נאכמיטאג פאראן לאקשין מיט קעז, און ביינאכט ס'איז דא טשיקין. וואס איז גוט איז אז מ'דארף ניט פרעגן וואס פארא עסן וועט זיין!
            די עסן איז אריינגעבראכט דא פון אנדערע עקן פון וועלט... איך מיין אז די אלע עסן-ערטער לייגן אוועק זייערע אלע גרייזן אין א ספעציעלער חלק פון קראם – "שיקן צום אינזל"!!!...
            פונדעסוועגן, נאכן שחרית, מנחה און שולחן ערוך (אדער מעריב), לויפן אלע גלייך צום עסן-צימער... כאטש מ'ווייזט אז ס'איז ניט גוט, די בויך מאכט קולות וואס מען קען ניט איגנארירן!... די ערשטע וואס אריינלייפן אין צימער, גיבן איין שמעק און שנעל לויפן אוועק – אוועק פון די עסן און שמעק... דרייענדיק אזוי ארום, קלאפן זיי אריין אין די איבעגעבליבענע בחורים וואס נאכאלץ ווייסן ניט אז אנשטאט לאקשין גיט מען היינט טשאלענט... מיט בליטיקע נעזלאך און צואווייטיקטע קערפער גיין אלע, מיט צובראכענע הענט און פיס...
            יעצט דארף מען אן ארט צו הֵיילן זיך פון די קלעפ... אבער וואו? ווען? ס'איז ניטא ווען און וואו צו גיין!... נאר מיט מזל קען מען קריגן רשות גייען צום גרויסן שלאפשטוב, ליגן אויפן צובראכענע בעט, דרייען זיך איבער אין וויי... די וואס האבן ניט מזל זיצן אין זאל און פרואווען מאכן די מלמד פארשטיין אז מען קען ניט לערנען מיט א געבלוטיקע נאז...
            ליגענדיק אזוי אין גרויסן שלאפשטוב קוקט מען אויפן זייגער און מ'זעט אז אט אט קומט הפסקה!... צופרידען און כלומערשט געזונט לויפט מען צוריק אין ישיבה כאפן א שפיל פון וואליבאל אדער באסקעטבאל (פיר אויף א מאל!).... אדער אפשר אפילו בייסבאל אין די פארק, וואס איז א פופצין מינוט גיין ביים פוס... אזוי האט מען נאר צען מינוט צו שפילן... ביז מען מאכט די געשפאנען (טימס) דארף מען שוין אומקערן... (דערפאר שפילט מען בייסבאל זייער, זייער ווייניק...)
            לויפט מען אזוי צוריק אין ישיבה, ניט זיין שפעט!... אויב מען קומט שפעט צופיל מאל וועלן די עלטערן וואונדערן פארוואס זייער זון דארף אזוי פיל געלט אין ישיבה, וואס קען ער שוין קויפן דארטן?!...
            אריינקומענדיק אין קלאס קוקט אויס ווי מ'איז אריין אין א שלאף צימער... (באמת איז עס אביסל בעסער ווי ס'איז געווען אין אהלי-תורה מתיבתא...) די מלמד'ס האנט טוט שוין וויי פון קנאקן מיטן פינגערס אויף די תלמידים, זיי פרואווען אופוועקן... (Pun intended)... בפשטות איז דער ביאור אין דעם אז נאכן בר מצוה גיט מען עם אזא מעדעצין וואס מאכט די בחור שלאפן פאר צען יאר גלייך!... נאר מיט מסירות-נפש'דיקע גורה, איבערמענטשלעכע כוחות, קענען זיי זיין אויף אין ישיבה!...
            (די מעדעצין ארבעט נאר אין זמן פון סדר...)

פרק ב – סדר היום
            ווארט א מינוט, איך גיי אינפראנט פון זיך... ערשט וועל איך אנהויבן מיט די סדר פון טאג...
            מ'וועקט אוף זיבן אזייגער אינערפרי... דערנאך ווערט עס זיבן און פינף מינוט... צען מינוט... צוואנציק מינוט... שלעפט מען זיך פארמאטערדיקערהייט ארויס פון בעט, און מ'טוט זיך אן אויב מ'האט געהאט צייט לייגן שלאף קליידער נעכטן ביינאכט...
            ארויסלויפענדיק פון מקוה און אריינלויפן אין קלאס (צען מינוט שפעטער)... נו, נו, מ'האט גארנישט פארפעלט... אכט אזייגער קומט אריין די מלמד (נאר א האלבע שעה שפעט) און הויבט אן לערנען תניא... מיט זיך...... אכט פופצן וועקט ער אוף די קלאס און אלע גיין דאווענען...
            דאווענען הויבט זיך אן... שא שטיל... מ'איז אין א ביבליאטעק! ניין דרייסיק וועקט מען זיך אוף און מ'נעמט אראפ די רש"י און לייגט ר"ת בליצינדיק שנעל... אוי! וואס מענטשן טאן ניט פאר עסן!...
            קומען די ערשטע אריין פאר פרישטאג און זען גערנישט... ליידיק... צען מינוט שפעטער קומט אראפ א בחור מיט מילך... א שמחה אין שטעטל! מען  מאכט א טענצל און מ'נעמט די מילך, מ'מאכט א לחיים און מ'הויבט אן טרינקן... פוי! שפייסט מען ארויס די מילך! אלע צוזאמען... די עסן צימער קוקט אויס ווי א מילך מבול האט עס אנגעקלאפט!...
            נו, נו, - ניט עסן איין סעודה פון די טאג איז ניט אזוי שרעקליך...
            צען פופצן זעצט מען אוועק אין זאל און מ'הויבט אן רעדן... רעדן און רעדן... אויב אימעצין וואלט אריינגעקומען וואלט עס אויסגעקוקט אזוי גוט און שיין, אלע מיט אפענע גמרא'ס רעדן מיט הויכע שטימע'ס!... וואלט ער צוגעהערט וועגן וואס זיי רעדן וואלט ער אנדערש געטראכט...
            ארום א האלבע שעה שפעטער קומען אריין די מלמדים פון כאן צוה, און זיי הייבן אן גיין ארום די זאל... גלייך ווען זיי קומען נאענט הויבן אן די תלמידים דרייען די פינגערס שטייגענדיקערהייט...
            א וויילע שפעטער די מלמד רופט אן א קינד און הייסט עם מאלדן צו יעדערער אז זיי זאלן אראפגייען פאר א שיעור...
            צוואנציק מינוט שפעטער זיצן אלע גרייט, און די שיעור הויבט זיך אן... קוקענדיק ארום אויף די בחורים, איך קען זען די מסירות נפש ווי זיי פרואווען בלייבן אוף... ניט איינשלאפן... zzzzz......
            די מלמד'ס קול הערט זיך אויס ווי מוזיקא... די איינציקע מוזיקא וואס מ'לאזט הערן אין ישיבה... חוץ פון די מוזיקא אויף די ליווינג תורה און טעלעפאן...
            נאכן שיעור גייט מען צוריק ארויף... דערנאך אראפ... ארויף... אראפ... ביז ס'קומט די צייט פאר מנחה. יעצט איז מען שוין מער אויפגעוועקט... מנחה גייט א דורך און מ'לויפט שוין ארויס פארן עסן...
            מערסטע גיין עסן אביסל און פרואווען שפילן אין איינע פון די שפילערייס... צוויי שפילערייס פאר פופציק בחורים!... און איך גיי, איבערטייטשן די "באבע מעשיות"...
            א לאנגע שורה הייבט שוין אן פאר נוצן די טעלעפאן, - האבן עפעס א שייכות מיטן וועלט... אבער די הויז-וועכטער נוצט עס שוין פאר א האלבע שעה, און וויפיל די בחורים שרייען אויף עם העלפט גארנישט... דארפן זיי זיצן און ווארטן צו נוצן די איינציקע טעלעפאן אין די ישיבה... אפאר מסירות-נפש'דיקע בחורים גיין צום גרויסן שלאפשטוב צו נוצן די טעלעפאן דארטן, און לויפן צוריק צו ישיבה צו זיין אין צייט דריי פופצן פאר חומש (אדער עפעס א ספר וואס די מנהל וועט ארויסשלעפן פון זיין היטל)...
            ביז זעקס פופצן זיצט מען און מ'רעדט – אינפראנט א חומש, גמרא (לגירסא) און א שולחן ערוך. דעמאלט לויפט מען (צוריק) אין גרויסן שלאפשטוב פאר וועטשערע... אלע ווייסן שוין ניט אריינגיין אין עסן-צימער... די עסן איז ניט אזוי עסבאר...
            זיבן דרייסיק ווארט מען פאר די משגיח צו קומען פון כאן צוה... אויב אימעצין קען מיר מסביר זיין פארוואס ער קומט, וואלט איך געווען זייער צופרידן... ער גיט א שיעור וואס גייט גלייך איבער אונזערע קעפ, אזא אומגעהויער שיעור, ער אליין פארשטייט ניט... דערנאך זיצט ער אין זאל און כלומערשט מאכט זיכער אז יעדער איינער לערנט די מאמרים און שיחות ביז ניין אזייגער ווען מען דאווענט מעריב...
            נאך מעריב לויפן אלע ווילדערדעקער צום גרויסן שלאפשטוב כאפן אביסל הייסע וואסער פארן שפריצבאד... אויב מען קומט אפאר מינוט שפעטער וועט ניט בלייבן א טראפעלע הייסע וואסער – טייערע הייסע וואסער!!!
            צען פופצן איז די אפיציעלער צייט צו גיין שלאפן... מערסטע מאל פאראן ניט קיינער צו אונז לייגן אין בעט, און אפילו אויב ס'איז יע פאראן איז עס א וויץ.... ווען ער איז אויף די אונטערשטע שטאק איז די אויבערשטע שטאק אוף, און אזוי פארקערט...
            אפילו אויב מען וויל גיין שלאפן (וואס מערסטע מאל וויל מען ניט נאך שלאפן א גאנצן טאג!) קען מען ניט... א טרוים פון איבער טרוימען... אפשר ארום נאך איינץ אזייגער ווערט שטיל און מ'קען גיין שלאפן פארמאטערדיקערהייט... גרייט צו אנעמען די נעקסטע טאג!...

פרק ג – שבת אין אינזל
            שבת... די ערשטע זאך וואס קומט צו זינען איז ליידיקייט און פוסטקייט... און די צווייטע זאך איז די פאטשקעריי וואס פאראן אין די עסן-צימער! אזא זאך האב איך אין מיין לעבן ניט געזען!!!! מען גליטשט אויף די שמוץ, און ס'שמעקט ווי פופציק בחורים האבן דארטן אויסגעברעכט (ווייל מסתמא דאס איז טאקע וואס האט דארט געשען...) צו זען די פאל איז אומעגליך... מען קוקט אויפן פאל און מ'פרואווט געדיינקען וועלכע קאליר די פאל איז אמאל געווען!...
            נאך מבצעים, דהיינו: געפינען צוויי מענטשן וואס קוקען אויס האלב אידן און געבן זיי לחיים'ס (ניט משקה – לחיים...) קומט מען צוריק אויפן שטאט-אוטובוס און מ'גייט צו מקוה (ניט שיין...) און מ'רופט אהיים צו לאזן וויסן אז מ'לעבט נאך!... (שיין...)
            א שעה פאר שבת (אין די לענגע פרייטיג'ס)קומט מען צום שבת-שול (דאס הייסט אביסל מער צובראכן ווי די וואכעדיקער שול אין די בית חב"ד) און מ'זאגט שנים מקרא... אויכעט יעצט קוקט אויס אז אלץ איז זייער שיין – מיט אפענע חומשים און אלע רעדן הויך... (איך דארף דיר ניט זאגן וואס זיי רעדן וועגן...) דערנאך רעדט מען מיט א אפענע שיחה פאר זיך...
            פלוצלונג פילט מען ווי די גאנצע צובראכענע בנין וועט באלד איינפאלן אין צו די ערד... א קול רעש גדול קומט פון פראנט שול... קבלת שבת האט זיך אנגעהויבן!...
            נאכן ארויסנעמען די אויער-פארשטעקלאך גייט מען אראפ קוקען אויף די עסן פון שבת...
            נאך אפאר שעה קומט מען אראפ מיט די וויין און אלע (פון שיעור א' – אדער די וואס פירן זיך נאכאלץ ווי שיעור א') לויפן כאפן די וויין פונעם ערשטן קידוש... כאילו זיי וועלן שטארבן אויב זיי ווארטן נאך צוויי מינוט פארן נעקסטן קידוש...
            מען שטופט, מען קלאפט, מען האקט און מען באקט (פארשטייט זיך ווער...) נאכן וואשן אונטער די פארפרארענע וואסער, זיצט מען אראפ און (די ביינק צוברעכט זיך, גייט מען צום נעקסן ביינק און) מען עסט ווי שנעל ס'איז נאר מעגליך און ווי שנעל מ'קען, כדי ניט צו טועם זיין די עסן פאר צו לאנג... (און דערנאך דארף מען געפינען עפעס וואס האט א גוטע נאך-טעם... לפועל נאך א האלבע שעה פון זוכן (פון דעם ווערט מען זאט שוין) געפינט מען עפעס נישט!...)
            נאכן בענטשן, לויפט מען ארויס כאפן אביסל פרישע לופט פון די אוטוס!... דערנאך גייט מען שלאפן און מ'וועקט אויף... (ניסי-ניסים!)
            אינדערפרי לויפט מען (אזוי פיל לויפן!) פון מקוה צום ישיבה כאפן אביסל הארטע מזונות פארן דאווענען... אויב מען קומט צו שפעט וועט מען דארפן לעקן די קעסטל...
            חסידות, שחרית, קריאה, מוסף, דערנאך קומט עסן, נאכאמאל די זעלבע מעשה...
            נאכן טשאלענט (וואס איך האב קיינמאל ניט געפרואווט עסן... איין קוק און...) האט מען א פאר שעה צו טאן וואס מ'וויל (גארנישט) ס'פילט ווי א פאר יאר!... ביז מ'קען נאך רעדן – גירסא, מנחה, שלש סעודות (ניט וואשן!) סדר ניגונים, מעריב... ביז מ'קומט צו הבדלה... א פאר מאל מיט בשמים און א פאר מאל אן...
            די וואך הויבט זיך אן נאכאמאל!

פרק ד' – אינטרעסאנטע פאסירונגען
            כאטש מערסטע פון די צייט (בעיקר ביי הפסקה) האט מען ניט וואס צו טאן, א פאר מאל געשענט עפעס וואס איז אויסגעצייכן און אינטרעסאנט...
            די וויץ איז, אז ווען עס געשענט ווערט עס שוין נארמאל... למשל די הייסע וואסער (וואס מ'האט דערמאנט), פאר די ערשטער וואך איז עס געווען א משוגענע און ניט פארשטאנדליכע זאך און מ'האט געוואלט רופן אהיים און מאכן א שטורעם, אבער נאך א וויילע צייט...
            וואס דערמאנט מיר וועגן די סיפור פון די בית הכסות... בקיצור אין ישיבה זיינען אלע געווען צובראכן און די אינציקע וואס איז פאראן פארשליסט זיך ניט... גיט מען א עצה צו קלאפן אויפן טיר פאר מען גייט אריין, און דאס ווערט נארמאל!!! כאילו אזוי דארף זיין!...
            די הויז-וועכטער האט געארבעט צו זיי פאריכטן אבער ער האט גארנישט געהאלפן... און דערנאך האט ער גענוצט די זעלבע הענטשיקעס צו אריינבריינדען די עסן... פארשטייט זיך אז פאר א וויילע האט מען ניט געעסן... נו, נו...
            פאראן אזוי פיל מער קליינע אינטרעסאנטע זאכן: די היץ ארבעט ניט אין שלאף-הויז, און ווען ס'האט יא געארבעט..., האט עס געארבעט!!, מיר האבן געדארפט עפענען די פענצטערס בשעת ס'איז געווען טיף אריין אין ווינטער!...
            בכלל אין די אינזל איז עס אלעמאל אדער צו הייס אדער צו קאלט...
            אבער איך בין ניט דא צו שרייבן טענות ומענות... וועל איך שרייבן וועגן א אינטרעסאנטע פאקט! די בחורים זינגען א גאנצע טאג! אין די פרוזדור'ס (באמת פאראן ניט קיין פרוזדור'ס) און וואו נאר מ'גייט קען מען הערן א בחור זינגען!... כאילו זיי ווילן הרג'ענען זייער קול כדי זיי זאלן קריגן די קול פון א אויסדערוואקסענע... און זעלבס פארשטענדליך הרג'ענען די מענטשן ארום זיי... א נס אז די פענסטער'ס האלטן זיך אן!
איינער א טאג האט די הויז-וועכטער געוואלט פאריכטן די וועג וואס גייט אין די הינטן פון בית חב"ד... האט ער אנגעהויבן בריינגען צובראכענע שטיינער פון איבער די גאס און זיי געלייגט לעבן די וועג... פארשטייט זיך די שליח האט ניט געגליכן די פאטשקעריי און א מחלוקת האט זיך אנגעהויבן...
בסוף האט עפעס געשען און מ'האט עס אוועקגענומען...
און די מערסטער אינטרעסאנטע פאקט פון די אינזל פון סטאטען איז: יעדער בחור וואס קומט דא צו זיין א מלמד האט חתונה א קורצע צייט שפעטער!!! מ'וואלט געקענט מיינן אז אויב אזוי מסתמה יעדער בחור וויל קומען דא... אבער ווייסט אויס די בחורים ווילן ניט חתונה האבן אדער ס'איז ניט ווערט קריגן מיט אונז נאר כדי צו געפינען א שידוך...

פרק ה' – Exercise
יעדער דאנערשטיק ביינאכט גייט מען צו שפילן און שווימען אין JCC וואס איז א צוואנציק מינוט גייען... ברוך השם פאראן א אויטא פאר פופצן מענטשן (ניט מענטשן)... בליץ שנעל לויפן אלע כאפן א ארט נאך מעריב אין אויטא!!! דערנאך די אנדערע וואס האבן ניט געווען פון די ערשטע דרייסיק בחורים וואס האבן אריינגעשטופט אין אויטא לויפן מיטן פיס צום JCC!! פארוואס לויפט מען? צו קענען שפילן די ערשטע שפיל פון "באסקעטבאל"!? ס'קוקט אויס אז מ'לויפט צום גאלד... ווען די אויטא קומט אן, אלע שפריגען ארויס פון אלע טירן... אלע טירן!!! כאילו די מפי'ה קומען אראפשיסן די בנין!...
נאך פערציק מינוט פון "באסקעטבאל" קען מען גייען שווימען אדער בלייבן שפילען...
חוץ פון דעם האט מען ניט צופיל exercise... אבער דאגה ניט, מיר ווערן ניט פעט!... (ווי קען מען? אזוי פיל לויפן (כנ"ל פרק ג') און אזוי ווייניק עסן (כנ"ל פרק א-ב))

פרק ו'- סוף דבר
איר מסתמה וואונדערט צו זיך: - "וויפל קען מען זאגן וועגן א ישיבה?" און דער אמת איז מ'קען זאגן אסאך, נאר ס'איז ניט אזוי אינטרעסאנט... אבער נאכדעם וואס איר האט געליינט האסטו געקראגן אביסל א פארשטאנד וואס גייט דא פאר אויפן אינזל... האפענטליך... און איר זעט אז פאראן זאכן וואס זיינען יא אינטרעסאנט!...
אבער איך האב אייך ניט דערציילט וועגן אלע אינטרעסאנטע זאכן!... ניט וועגן די הערות וואס מ'האבן דא געשריבן פאר א פאר וואכן... ניט וועגן די קינדער וואס קומען און גייען יעדער אנדערע טאג... ניט וועגן די וויכען (rules) פון די בית חב"ד... (ניט עסן און טרינקען אין זאל וכו'... כאילו מיר האסן עסן...) ניט וועגן די שלוחים (- ווייל ס'איז ממש ניטא קיין שלוחים!!!...) און אזוי ווייטער...
נאך דעם אלץ וואס איר האט געליינט מסתמה מיינט איר אז אויפן ערשטן מעגליכקייט, וועל איך אוועק לויפן פון דא... אבער צי דו גלויבסט עס צי ניט – מסתמה קום איך דא צוריק נעקסטע יאר פאר שיעור ג'... "א משוגענע"... אבער וואס קען מען טאן, איך וויל ניט גיין קיין אנדער ארט. און אפילו אויב איך וויל יע – האב איך מורה צו גייען, ווער ווייסט וואב אימעצין האט געשריבען וועגן יענע ארט!!!...

No comments:

Post a Comment